לייגט אייער נאמען צו מזכיר זיין בעת מ’צונדט אייער לעכט און מיט דעם העלפט איר ארימע משפחות זיך שטעלן אויפן פיס
ר' משה בן ר' יצחק אייזיק פיילשוס זי"ע וואס איז גערופן געווארן ר' משה ניו יארקער איז געבוירן געווארן לויט וויפל מ'ווייסט און יאר תרע"ו און איז נפטר געווארן לגנזי מרומים אום י' ניסן תשס"ג.
ר' משה איז געווען אן עלנדע מענטש גאר באשיידן וואס גאר ווייניג האבן געוויסט און פארשטאנען צו זיין גרויסקייט. ער פלעגט מסיים זיין ש"ס בבלי און ירושלמי יאר יערליך ווי אויך איז ער געווען בקי בספר הזוהר און ספרי קבלה. ער פלעגט זאגן רמזים וואס נאר ווער ס'האט געקענט די זוהר האט געקענט פארשטיין. ער האט געוואינט און א קליין דירה'לע וואס איז געווען שמוציג, פארלאזט און פארויכערט.
חתונה געהאט האט ער און דייטשלאנד און געהאט צוויי קונדער, דערנאך און די תקופה פון קריסטאל נאכט איז ער אנטלאפן פון אייראפע קיין אמעריקע ווי ער האט זיך באזעצט און די איסט סייד. נאך א קורצע צייט האט זיין זיך אפגערעדט אז זי קען מער נישט וואינען מיט אזא דערהויבערנע געטליכע מאן און זיי האבן זיך צוטיילט בגט פטורין.
ביים ציון פונעם ריבניצער רבי האט א איד זיך שטארק אויסגעוויינט איבער א פרשה אז ער מוטשעט זיך שטארק מיטן באקומען א גט פאר זיינס א נאנטע משפחה. באנייכט חלום'ט ער זיך ווי דער ריבניצער זאגט אים, וואס קומסטו צו מיר? דאס געהערט פאר ר' משה ניו יארקער וואס ליגט דא נעבען מיר. ווי פארשטייט זיך איז דער איד אהין געגאנגען און געזעהן א ישועה. אזוי פארציילען אויך אנדערע אז זיי האבן ביי זיין ציון געזען ישועות און דעים געביט.
א גרויסע עבודה האט ר' משה געהאט מיטן געבן צו עסן פאר פייגלעך און פארק, ווי ער פלעגט פארטרייבן און רופן צו זיך פייגלעך. ער האט זיך אויגעדרוקט אז די פייגלעך פארציילן וואס עס גייט פאר און די וועלט ווי אויך טראגן זיי ארויף זיינע תפולות.
מען האט אים אמאל געפרעגט צו ער ליינט די צייטונגען, האט ער גענטפערט "אמאל קוק איך אויף די העדליינס". זענדיג אז די ארןמיגע האבן נישט פארשטאנען וואס ער מיינט, האט ער מסביר געווען אז ער קוקט אויפן שטערן שטריכן פון מענטשען וואס און ענגליש ווערט עס אנגערופן "העד ליינס" און דארט זעהט ער שוין אלעס.
ער פלעגט קוים עסען דורכן וואך, בלויז ביים לחיים און ביהמ"ד נאכן דאווענען פלעגט ער עסן. שבת און יו"ט ביי די סעודות פלעגט ער טרונקען אסאך וויין, ער פלעגט זאגן בדרך צחות אז וויפל ער טרונקט איז צו "וויינ'יג". דאס טרונקען אסאך וויין פלעגט אים קיינמאל נישט שטערן פון זיין עבודה, און באלד נאכן סעודה פלעגט ער זיך זעצן לערנען ביז תפילת מנחה.
דורך אויס זיין לעבן פלעגט ער קיינמאל נישט גיין צו קיין דאקטורים ווי אויך נישט נעמען מעדעצינען, און דאך האט ער איבערגעשטיקן די ניינצוג. סוף ימיו ווען ער איז אריין געפירט געווארן און שפיטאל זענען די דאקטורים נתפעל געווארן פון זיין קענטעניסטן און מעדיצינישע שפרייכען. די דאקטורים האבן זיך שווער געקענט אן עצה געבן מיט אים ווען ער האט בשום אופן נישט געוואלט ליגן פרקדן, ער פלעגט זיך אויסדרוקן בצחות לשונו "איך בין נישט קיין ליג'נער.
ר' משה זי"ע האט מען מטמין געווען און מאנסי בית החיים וואס איז הארט לעבן די ווישניץ בית החיים ווי ווען מ'גייט נאר אהין וועט מען טרעפן ברענען ליכט און זעהן פולע קוויטלעך אויסגעשפרייט אויף זיין ציון. כסדר גייען אהין אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זיך אויסבעטן להיפקד בדבר ישועה ורחמים.
ר' משה בן ר' יצחק אייזיק פיילוס זי"ע וואס איז גערופן געווארן ר' משה ניו יארקער איז געבוירן געווארן לויט וויפל מ'ווייסט און יאר תרע"ו און איז נפטר געווארן לגנזי מרומים אום י' ניסן תשס"ג.
זכותו הגדול יגן עלינו וימליץ טוב בעדינו ובעד כל ישראל
We use cookies to analyze website traffic and optimize your website experience. By accepting our use of cookies, your data will be aggregated with all other user data.